פלארידע
| אריגינעלער נאמען | Florida |
|---|---|
| אפיציעלער נאמען | State of Florida |
| צונאמען | Sunshine State |
| קאנטינענט | צפון אמעריקע |
| ראיאן | דרום פאראייניגטע שטאטן |
| לאנד | פאראייניגטע שטאטן |
| הויפטשטאט | טאלאהאסי |
| גרעסטע שטאט | דזשאקסאנוויל |
| שטח | 170,312 ק״מ² |
| באפעלקערונג | בערך 23.5 מיליאן |
| פלאץ צווישן די שטאטן | 3טער לויט באפעלקערונג |
| העכסטער פונקט | Britton Hill |
| נידעריגסטער פונקט | אטלאנטישער אקעאן |
| צייט זאנע | מזרח און צענטראל צייט |
| אריינגענומען אין פאראייניגטע שטאטן | 3טן מערץ 1845 |
| סדר | 27סטער שטאט |
| קאונטיס | 67 |
| פאסט קאד | FL |
| ISO קאד | US-FL |
| וועבזייטל | fl.gov (ארכיווירט 15.05.2006 ביי דער Wayback Machine) |
פלארידע (ענגליש: Florida) איז א שטאט אין דעם דרום מזרח טייל פון די פאראייניגטע שטאטן.
דער הויפט שטאט פון פלארידע איז טאלאהאסי.
און ווערט אנגערופן דער גן עדן פון אמעריקע.
היסטאריע
דער שטח איז געווען אונטער שפאנישער הערשאפט פאר פילע יארן. אום דעם 3טן מערץ 1845 איז פלארידע געווארן דער 27סטער שטאט.
פלארידע איז ברייט באקאנט געווארן בעת די 2001 פרעזידענט וואלן צווישן דעם דעמאלטסדיגן טעקסעס גובערנאטאר דשארדש דאבעליו בוש און דעם ארויסגייענדיגן וויצע פרעזידענט על גאור, וואס די אנטשיידונג פון די וואלן איבערן לאנד האט זיך געוואנדן אין דעם אויסערגעווענליכן נאנטן פארמעסט אין פלארידע. די אויסגאנג פון די פארמעסט האט זיך געצויגן וואכן לאנג איבער די ציילונגען און איבער ציילונגען פון די פלארידע שטימען.
געאגראפיע
פלארידע איז א האלב אינזל צווישן דעם אטלאנטישער אקעאן און דעם גאלף אף מעקסיקא . זי איז באקאנט מיט איר ווארעמען קלימאט און לאנגע בארטן.
א דאנק איר ווארימער קלימאט וואס הערשט אין פלארידע אויך אין קאלטע ווינטער טעג, שטראמען אהין הונדערטער טויזנטער אמריקאנער פון די קאלטע צפון שטאטן צו דער ווארימער פלארידע.
פלארידע איז צוטיילט און פיר הויפט טיילן:
- נארדערן (צפון) פלארידע, די מערסטע באקאנטסטע געגנט איז דשעקסאנוויל, דער טייל גרעניצט זיך מיט דעם שטאַט דזשארדזיע.
- צענטראל פלארידע, די מערסטע באקאנטסטע געגנט איז ארלענדא.
- סאדערן (דרום) פלארידע, די מערסטע באקאנטסע געגנט איז מיאמי.
- די פענ-הענדל, דאס איז דער לאנגער ברייטער צפון-מערב טייל, דער חלק איז די ווייניגסטע באוואוינט, עס גרעניצט זיך מיט די שטאַט אלאבאמא.
- מיאמי איז דער עקסטרעמער דרום שפיץ פון פלארידע און אויך אמעריקע, עס איז קנאפע 70 מייל אוועק פון קובא, דעריבער שווערצן זיך אהין אסאך אומלעגאלע קובאנע אימיגראנטן ווי זיי קומען אהין אן מיט היימיש-געמאכטע שיפלעך, אסאך פון זיי לעבן עס נישט איבער און דערטראנקען זיך. פלארידע ווערט אסאך געשלאגן פון שעדליכע שטורעם ווינטן, האריקענען, ספעציעל די דרום-מערב טייל וואס בארטנט זיך מיט די ווארעמע וואסערן פון גאלף אוו מעקסיקא.
עקאנאמיע
די הויפט עקאנאמיע פון פלארידע איז טוריזם. אנדערע אינדוסטריעס זענען ציטרוס פרוכט און אויסגראבן פאספאטן.

באפעלקערונג
פלארידע איז די דריט גרעסטע שטאט אין באפעלקערונג

די באפעלקערונג פונעם שטאַט לויטן 2020 צענזוס איז 21,538,187
אידן אין פלארידע
פלארידע האט א גרויסע אידישע באפעלקערונג, ספעציעל אין מיאמי, מיאמי ביטש, פארט לאדערדעיל און פאלם ביטש.
פאר פרומע אידן איז באקאנט די געגנטן מיאמי און מיאמי ביטש, וואס מען קומט אהין פאר אפרו און עלטערע מענשטן באזעצן זיך אויסצולעבן זייער יארן במנוחה. עס איז נעבן וואסער און דער קלימאט איז געוואלדיג הייס גרינג און געזונט.
אויך איז דער געגנט ארלענדא באקאנט, ווי פרומע פארפעלקער פארן אהין שטראוואנצן.
| די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע |
|---|
| אהאיא • אייאווע • איידעהא • אילינוי • אינדיאנע • אלאבאמא • אלאסקע • אקלעהאמע • אריזאנע • ארעגאן • ארקענסא • דזשארדזשיע • דעלעווער • דרום דעקאטע • דרום קאראליינע • האוואי • וואשינגטאן • וויאמינג • ווירדזשיניע • וועסט ווירדזשיניע • וויסקאנסין • ווערמאנט • טענעסי • טעקסאס • יוטא • לואיזיאנא • מאנטענע • מאסאטשוסעטס • מישיגן • מינעסאטע • מיסיסיפי • מיזורי • מעין • מערילאנד • ניו העמפשער • ניו זשערסי • ניו יארק • ניו מעקסיקא • נעבראסקא • נעוואדא • פלארידע • פענסילוועניע • צפון דעקאטע • צפון קאראליינע • קאלאראדא • קאליפארניע • קאנעטיקעט • קענזעס • קענטאקי • ראוד איילענד |